אחד משירי חרוזיו של סבינו רבי דוד’ל שיינברגר זצ”ל

דע מאין באת

 

מענטש מענטש, גיי נישט ארום אויף דער וועלט ווי א גולם,

בארעכן זיך, נאך וואס דו ביסט געקומען אויף דעם עולם.

 

נישט וועגן דעם זאלסטו נאך תענוגים נאכגיין,

נאר וועגן דעם דו זאלסט גוט און פרום זיין,

נישט וועגן דעם ביסטו געקומען אויף דער וועלט,

דו זאלסט איינזאמלען געלט.

 

פארברענג נישט מיט שטותים דיינע יאהרן,

דערמאן דיר דאס דו ביסט פון א טיפה סרוחה געבוירן,

דערמאן דיר אין דיין באשעפער,

וואס ער איז דיין אויסלייזער און דיין העלפער.

 

ער האט געטהון מיט דיר פיהל טובות,

דעריבער זאלסטו נישט טהון קעגן איהם קיין עונות,

ער האט דיר באשאפן אויגן דו זאלסט קענען זעהן,

און פיס דו זאלסט קענען גיין.

 

ער האט דיר באשאפן הענט דו זאלסט טהון איין ארבייט,

דעריבער זאלסטו פרום זיין אלע צייט,

ער האט דיר באשאפן אויערן זאלסט קענען הערן,

און א מאגן דו זאלסט דאס עסן פארצעהרן.

 

ער האט אין דיר א נשמה געגעבן,

וואס דאס איז א גייסט פון לעבן,

ער האט דיר פון דיין מוטער’ס בויך ארויסגעצויגן,

דעריבער זאלסטו דיר פון דיין תורה נישט אפשיידן.

 

ער גיט השגחה אויף דיינע טריט,

דעריבער זאלסטו זיין פרום און גיט,

גיב אכטונג אויף דיין הייליגע נשמה,

כל זמן שאתה חי על האדמה.

 

דו זאלסט זיך נישט לאזן פון יצר הרע פארפיהרן,

דו זאלסט די נשמה מיט עבירות נישט פארשמירן,

דו זאלסט נישט מיינען אז דער יצר הרע איז דיר א גוטער פריינד,

אדרבה, ער האט דיר זייער פיינד.

 

דו זאלסט זיינע רייד נישט צוהערן,

דו זאלסט זיך צו זיינע רייד נישט קערן,

פארגעס נישט אין באשעפער וואס צו איהם געהער די מלוכה,

דערמאן דיר אז דו ביסט באשאפן געווארן פון א טפה סרוחה.

 

ולאן אתה הולך

 

ווי לאנג דער מענטש לעבט נאך אויף דער וועלט,

דערווייל וויל ער האבן אסאך געלט,

ער פארברענגט זיין לעבן מיט הבלי הבלים,

ער האט ליב צו עסן גוטע מאכלים.

 

ער דערמאנט זיך נישט אז די וועלט איז נאר ווי א חלום גלייך,

ער וויל נאר אלס ווערן רייך,

ווען עס וועט קומען די צייט,

וועט ער ווערן פון דער וועלט אפגעשיידט.

 

ער וועט איבערלאזן זיין גאנצן פארמעגן אין שטוב,

און ער וועט גיין אין דעם פינסטערן גרוב,

טהו תשובה ווי לאנג דו ביסט נאך יונג,

ווארום דער יום-המיתה קומט אן פלוצלונג.

 

די יונגע יאהרן לויפן אוועק באלד,

עס קומט אן די טעג וואס דער מענטש ווערט אלט,

דער כח לאזט זיך אויס ביסלעכווייז,

די בארד ווערט איהם גרוי און ווייס.

 

עס ווערט איהם אפגעשוואכט דער חוש הראיה,

עס ווערט איהם אפגעשוואכט דער חוש השמיעה,

א פייגעלע טהוט איהם פון זיין שלאף אויפוועקן,

ער מוז שוין גיין מיט א שטעקן.

 

דעריבער זאלסטו דינען דעם באשעפער יונגערהייט,

דען דעמאלס איז די בעסטע צייט,

פארוואס זאל דער מענטש נאכגיין נאך נארישקייטן,

פארוואס זאל ער זיך נישט דערמאנען די צייט וואס די נשמה וועט זיך פון איהם אפשיידן.

 

דער בעל-דבר וועט נעבן איהם שטיין,

בשעת די נשמה וועט פון איהם ארויסגיין,

דעם מעסער וועט ער אין דער האנט האלטן,

דער מענטש וועט זיך פון איהם זייער פארכטן.

 

אויף דעם שפיץ פון דעם מעסער איז דא א ביטערער טראפן,

אויף דעם האט יעדער מענטש צו האפן,

ער וועט איהם ווארפן די טיפה של מרה אין מויל אריין,

אין דער צייט טהוט איהם די נשמה ארויסגיין.

 

ער בלייבט ליגן גלייך ווי א שטיק האלץ,

וואס האט ער זיך צו האלטן גרויס און שטאלץ,

לאמיר זיך צוברעכן אונזערע שטיינערנע הערצער,

לאמיר תשובה טהון פאר דעם הייליגן יוצר.

 

דער מענטש האט ליב ביי זיין לעבן דריי זאכן,

ער וועט זיי רופן זיי זאלן איהם פון דעם טויט פריי מאכן,

געלט געלט – אסאך האב איך זיך בעמיהט איבער דיר, האב רחמנות איבער מיר,

מיין ווייב און מיינע קינדער וואס איך האב אייך זייער ליב,

מאכט מיר פריי פון דעם פינסטערן גרוב.

 

זיי וועלן דיינע רייד נישט צוהערן,

זיי וועלן צו דיינע רייד זיך נישט קערן,

תורה תורה וואס דו ביסט גלייך צו ברויט,

מאך מיר פריי פון דעם פינסטערן טויט.

 

ענטפערט איהם די תורה,

זאלסט גארנישט האבן קיין מורא,

ביסט אין דער תורה געגאנגען גוט און פיין,

וועל איך פאר דיר א מליץ-יושר זיין.

 

מענטש מענטש – פארגעס נישט אין באשעפער וואס צו איהם געהער כח וגבורה,

דערמאן דיר אז דו ביסט באשאפן געווארן צו מיתה וקבורה.

 

ולפני מי אתה עתיד ליתן דין וחשבון

 

נאך דעם לייגט מען דעם מענטש אין דעם פינסטערן גרוב אריין,

קומט א שליח פון בית-דין של מעלה צו גיין,

ער האלט אין האנט א גרויסן שטעקן,

ער טהוט איהם פון זיין שלאף אויפוועקן.

 

שטיי אויף, שטיי אויף, דו בשר-ודם,

קום געבן דין וחשבון פאר דעם מלך גדול ורם,

אז דער מענטש דערהערט די דאזיגע רייד,

ווערט ער איבערגעשראקן אין דער צייט.

 

עס הויבט איהם אן ציטערן די גלידער,

ער דערשרעקט זיך, עס איז זייער ביטער,

מיר קענען זיך בארעכענען ווען יוסף הצדיק האט זיך געמאכט דערקענען צו זיינע ברידער,

האבן זיי איהם נישט געקענט ענטפערן קיין דיבור.

 

וואס וועלן מיר שוין זאגן אין דער צייט,

וואס מיר זענען פראסטע ארימע לייט,

אונז דארפן דאס האבן אין זין,

ווען שמואל הנביא האט זיך געפארכטן פאר דעם יום הדין.

 

ווען דער הייליגער צדיק רבי יוחנן בן זכאי האט געדארפט פון דער וועלט אוועקגיין,

האט ער מורא געהאט ער זאל נישט דארפן אין גיהנום צו גיין,

היינט וואס וועט שוין מיט אונז זיין,

אז מיר וועלן דארפן פארן בית-דין של מעלה שטיין.

 

דער בית-דין של מעלה גיט איהם א פרעג,

מיט וואס האסטו פארברענגט דיינע טעג,

האסטו דען ערליך געהאנדלט מיט לייט,

האסטו דיר צו דעם לערנען באשטימט א צייט.

 

האסטו מקיים געווען מצות פריה-ורביה,

האסטו געהאפט צו דער ישועה,

האסטו זיך געפלעגט מפלפל בחכמה צו זיין,

האסטו געקענט איין זאך פון דער אנדערע פארשטיין.

 

דער עיקר פרעגט מען איהם צו ער האט געהאט יראת שמים,

צו ער האט זיך געפארכטן פאר דעם מלך חיים,

צו ער האט מקיים געווען די תורה וואס ווערט גערופן עץ חיים,

צו האט ער געהאפט אויף דער נחמת ציון ובנין ירושלים.

 

אבני ביתו וקורות ביתו וועלן פאר איהם מעיד זיין,

צו ער האט מקיים געווען די תורה אדער ניין,

מען וועט נעמען דעם ספר הזכרונות,

און מען וועט איהם נאכזוכן זיינע עונות.

 

דער מענטש וועט זיך דערשרעקן אין דער צייט,

אז ער האט נישט מקיים געווען וואס אין דער תורה שטייט,

ער וועט שרייען מיט א קול יללה,

ווען מען וועט איהם איבערגעבן אין די הענט פון די מלאכי חבלה.

 

ער וועט פון זיי גרויסע יסורים ליידן,

וואס מ’קען דאס גאר נישט באשיידן,

ער וועט ליידן גרויסע פיין,

ביז מ’וועט איהם לאזן אין גיהנום אריין.

 

אין גיהנום וועט ער זיין צוועלף מאנאט,

לסוף וועט ער ווערן פון דארטן בעפרייט,

דער וואס האט זיך נישט פון די תורה געוואלט אפשיידן,

דער וועט קומען גלייך אין גן-עדן.

 

אלע צדיקים וועלן איהם אקעגן גיין,

און זיי וועלן זיך מיט איהם משמח זיין,

דער אויבערשטער זאל אונז שכל געבן,

מיר זאלן איהם דינען ביי אונזער לעבן.

 

און די גאולה שלימה וועט במהרה זיין,

מיר זאלן שוין פרייליך זיין…